קאליפארניע – אויטאריטעטן האבן נעכטן געמאלדן די ארעסטן פון 2 פארשוינען, אין פארבינדונג מיט א פאטאלן פייער וואס האט פאסירט ביי א פארזאמלונג אין אוקלענד, קאליפארניע. דאס פייער האט פאסירט פאראיאר דעצעמבער, וואו צענדליגער פארזאמלטע זענען פארכאפט געווארן אין א געביידע וועלכע איז נישט געווען לעגאל געבויעט צו קענען האבן אזויפיל מענטשן אויפאמאל און אויך זענען נישט געווען גענוג טירן ארויסצולויפן אין פאל פון אן עמורדזשענסי. אלעס אינאיינעם זענען 36 אומגעקומען און פילע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, וואס דערמיט איז דאס פייער געווארן באצייכנט אלס דער טויטליכסטער פייער אין אמעריקע זינט 100 זענען אומגעקומען אין א פייער אין א פארזאמלונג צענטער אין ראוד איילענד. די 2 וועלכע זענען נעכטן ארעסטירט געווארן, זענען געווען די וועלכע האבן אפערירט און אנגעפירט דעם אומלעגאלן צענטער אין אוקלענד, אפילו זיי האבן געוואוסט פון די פארשידענע געפאַרן און אומלעגאליטעטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל