יאפאן - א זעלטענער אינצידענט האט פאסירט אין די וואסערן נעבן יאפאן, ווען א גרויסע אמעריקאנער מיליטערישע שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א פיליפינער קארגא שיף, און זיבן אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען. דער צוזאמענשטויס האט פאסירט פרייטאג ביינאכט, ווען די יו-עס-עס פיצדזשעראלד שיף איז געפארן אויף א רוטינער פאטראל-מיסיע נעבן יאפאן, און דער צוזאמענשטויס איז געווען אזוי מאסיוו, אז עס האט געשאפן גאר שווערע שאדנס פאר דער טייערע און שטארק-געבויעטער אמעריקאנער מיליטערישער שיף.

ווי נאר דער צוזאמענשטויס האט פאסירט, האט זיך באלד אנגעהויבן אן אפעראציע ארויסצושלעפן פון וואסער פילע זעלנער וועלכע זענען אריינגעפאלן, און אלע זענען ארויסגעשלעפט געווארן לעבעדיגערהייט אין א גוטן צושטאנד. מען האט אבער באלד באמערקט אז זיבן זעלנער פעלן, און מיט יאפאנעזער מיליטערישער צוזאמענארבעט, האט די אמעריקאנער נעווי אנגעהויבן נישטערן אין די וואסערן. למעשה האט מען אפגעפונען די קערפער פון די זיבן זעלנער נישט-לעבעדיג אין א פארפלייצטן קעלער פון דער נעווי שיף. דער פענטאגאן פארשט וויאזוי דער צוזאמענשטויס האט פאסירט, היות ביידע שיפן האבן טעכנאלאגיע ספעציעל פאר׳ן צוועק פון פארמיידן אזעלכע אינצידענטן.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל