ניו יארק – נעכטן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן דער פראצעס קעגן מארטין שקרעלי, דער געריבענער יונגער ביזנעסמאן וועלכע איז אויסגעשטיגן אין די לעצטערע מאנאטן אלס א שטארק-פארפיינטעטער פיגור ביים אמעריקאנער פאלק. שקרעלי'ס שלעכטע פובליק אימעדזש קומט פון דעם וואס ער האט געפירט א פארמאסוטיקל פירמע און האט ארויפגעשרויפט דעם פרייז פון א לעבנס-וויכטיגע מעדיצין מיט גאנצע 500 פראצענט, אבער דער פראצעס וואס שקרעלי האט יעצט אויסצושטיין, איז איבער פינאנציעלע שווינדל. די קלאגעס שטאמען פון א ביזנעס וואס ער האט געגרינדעט אין יאר 11', און ער האט דאן גענומען אינוועסטמענטס פון רייכע אינוועסטירער, אין ווערד פון צען מיליאן דאלער, נישט האבנדיג בכלל א פלאן צוריקצובאצאלן פאר די אינוועסטירער, און דער גאנצער ביזנעס איז געגאנגען כמעט אינגאנצן שלאפן. נעכטן האבן זיך אנגעהויבן די אויפטריטן פון די פראקורארן און די לאיערס, און שקרעלי'ס לאיערס האבן פרובירט אראפצולייגן אז די סיבה פארוואס ער איז אזוי פארפיינטעט, איז ווייל ער האט אויף זיך א מייסטער-קאפ און פשוט'ע מענטשן פארשטייען נישט צו אים געהעריג.

בילד: פראצעס אויף מארטין שקרעלי אנגעהויבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל