א אמעריקאנער יונגטליכער, אטא ווארמביער (Otto Warmbier), איז באפרייט געווארן נאך 17 מאנאטן אין צפון קארעא טורמע אויף באשולדיגונגען פון אונטערגראבן אונטער די רעזשים. די באשולדיגונגען זענען געווען געבויט אויף דעם וואס ער האט אראפגענומען א פראפאגאנדע שילד אין די האטעל ווי ער איז איינגעשטאנען, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו 15 יאר אין א שווערע ארבייטס לאגער. די פאמיליע און די אמעריקאנער רעגירונג האבן געזאגט אז די באשולדיגונגען זענען לעכערליך, און ער האט אראפגענומען דעם שילד ווייל ער האט עס געוואלט אהיימנעמען אלס אנדענק.
די פאמיליע איז שאקירט געווארן צו אנטפלעקן אז אטא אין א גאר שווערע געזונט צושטאנד, און ליידט פון א כראנישע מחלה וואס ער האט אנטוויקלט זייענדיג דארט, און אז ער געפונט זיך אין א קאומע פאר א לאנגע צייט, און איז באפרייט געווארן אויף א הומאניטארישע באזיס.
אצינד, מיט די באפרייאונג פון אטא, בלייבן איבער נאך 3 אמעריקאנער אין די טורמעס פון נארט קארעא. צוויי פון זיי פראפעסארן וועלכע זענען פארהאלטן געווארן אויף שפיאנאזש קלאגעס, און א ביזנעסמאן. דער סעקערטערי אוו סטעיט האט היינט געזאגט אז אמעריקע טוט זיך שטארק באמיען זיי צו באפרייען דורך אומדירעקטע געשפרעכן מיט די רעזשים.

הוסף רשומת תגובה