יאפאן – נעכטן האט מען געהערט אז דער צוזאמענשטויס צווישן דער אמעריקאנער נעווי שיף און די פיליפינער קארגא שיף אין די וואסערן נעבן יאפאן, איז גאר געווען די שולד פון דער נעווי שיף. דער צוזאמענשטויס האט פאסירט שבת, אין וועלכע זיבן נעווי אפיצירן זענען אומגעקומען און די מיליטערישע שיף האט געליטן גאר שווערע שאדנס. באלד נאכ'ן צוזאמענשטויס האט מען זיך געוואונדערט וויאזוי אזוינס האט געקענט פאסירן, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז ביידע שיפן זענען אויסגעשטאט מיט פארגעשריטענע דזשי-פי-עס און אנדערע טעכנאלאגיעס אויסצומיידן אזעלכע צוזאמשטויסן – און נעכטן האט מען געהערט פונעם קאפיטאן פון דער פיליפינער קארגא שיף, וועלכער האט געזאגט אז זיינע ראדארן האבן אויפגעכאפט וויאזוי די אמעריקאנער שיף ריקט זיך מאדנע אין דער דירעקציע פון זיין שיף, און ער האט פרובירט צו ווארענען די אמעריקאנער שיף מיט ספעציעלע סיגנאלן און בלינקענדיגע עלעקטערלעך, אבער זיי האבן איגנארירט די ווארענונגען. דער פענטאגאן וועט פארשן די באשולדיגונגען.
הוסף רשומת תגובה