כינע האט געליטן א דורכפאל. זיי האבן ארויפגעשאסן א קאמוניקאציע סאַטעליט, אבער עס איז נישט אנגעקומען צו די ריכטיגע אָרביט. עס האט געדארפט זיין ביי 22 טויזנט מייל הויעך, אבער עס איז נאר אנגעקומען צו 16 טויזנט מייל.

ווי עס איז יעצט, איז עס גארנישט ווערט, ווייל עס דרייט זיך ארום די וועלט צו שנעל.

זעה: וויאזוי ארבעט די סאטעליטן און ספעיס-שיפן אין ספעיס?



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל