טרענטאן - נעכטן שבת האט ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי דערקלערט אז די סטעיט וועט אפיציעל אריינגיין אין א ״שאטדאון״, וואס באדייט אז נישט-קריטישע סערוויסעס, א שטייגער ווי די סטעיט פארקס און מאטאר וויקעל דעפארטמענט, וועלן נישט פונקציאנירן פאר די קומענדיגע פאר טעג. דער שאטדאון קומט נאכדעם וואס די דעמאקראטיש-קאנטראלירטע סטעיט אסעמבלי האט זיך נישט געוואלט ברעכן פאר׳ן גאווערנאר׳ס פארגעשלאגענעם בודזשעט פון 35 ביליאן דאלער, טראץ וואס עס אנטהאלט געלטער פאר 73 דעמאקראטן-פארגעשלאגענע פראיעקטן, וויבאלד עס אנטהאלט אויך א פראפאזיציע צו נוצן סורפּלוס געלטער פון די סטעיט'ס וואוילטעטיגע ״הארייזאן בלו שיעלד״ גרופע אויף צו דעקן דראג-באהאנדלונג פראגראמען. באלד נאכדעם וואס דער שאטדאון איז דערקלערט געווארן, האבן פילע קריטיקירט קריסטי'ן, אויף דעם וואס ער און זיין פאמיליע האבן זיך אוועקגעזעצט פארברענגען דעם חאגע וויקענד אויפ'ן פריוואטן ״ביעטש איילענד״, וואס איז טייל פונעם גאווערנאר'ס רעזידענץ, אינדערצייט וואס אנדערע פובליק ביעטשעס זענען געווען געשלאסן צוליב׳ן שאטדאון. קריסטי האט רעאגירט: ״לויף פאר גאווערנאר און געווין, וועסטו אויך קענען האבן דעם ביעטש״.

בילד: ניו דזשערסי סטעיט איז אין א שאטדאון 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל