בערלין – א פעדעראלע געריכט אין דייטשלאנד האט ווידער באשטעטיגט א שולד אורטייל קעגן א 96 יעריגן געוועזענעם נאצי אפיציר און דעקלערט אז ער איז גענוג געזונט אויף צו קענען אפדינען זיין פיר יעריגן טערמין אין טורמע. די רעדע איז פון אסקאר גראנינג, וועלכער איז שוין מיט צוויי יאר צוריק געשטעלט געווארן פאר א פראצעס אין לאנענבורג, דייטשלאנד, פאר זיין ראלע אלס עס-עס אפיציר אינעם אוישוויץ טויט לאגער, זייענדיג פון די סאמע לעצטע פארבליבענע לעבעדיגע אוישוויץ איינגעשטעלטע. ער איז דאן פאראורטיילט געווארן צו פיר יאר טורמע, אבער זיינע לאיערס האבן אריינגעגעבן אן אפיעל, זאגנדיג אז די באווייזן אז גראנינג האט געוואוסט פון די סיסטעמאטישע מארדן אין אוישוויץ זענען נישט גענוג שטארק, אבער א פעדעראלע געריכט האט מיט א יאר צוריק ארויסגעווארפן דעם אפיעל און באשטעטיגט די 4-יאר טורמע אורטייל, און יעצט האט א געריכט אפגעווארפן א פארזוך וואס זיינע לאיערס האבן אריינגעגעבן מיט דער טענה אז ער איז צו אלט און שוואך צו זיצן אין טורמע, נאר דאס געריכט האט געזאגט אז גראנינג איז גענוג ביי די כוחות און דעריבער מוז ער אין די נאענטע טעג קומען זיצן אין טורמע אין דער דייטשער שטאט האנאווער.

בילד: געוועזענער נאצי קען דינען 4 יאר טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל