יוטא – הונדערטער פראטעסטירער זענען ארויסגעקומען אין סאלט לעיק סיטי, יוטא, צו פראטעסטירן קעגן דער ארטיגער פאליציי דעפארטמענט, נאכדעם וואס א קראנקן-שוועסטער איז ווילד ארעסטירט געווארן ווען זי האט נישט געוואלט לאזן פאליציי אפיצירן נעמען בלוט סעמפלס פון איר'ס א פאציענט. דער אינצידענט האט פאסירט עטליכע וואכן צוריק, ווען ס'איז געווען א ווילדער קאר געיעג צווישן פאליציי אפיצירן און א דרייווער, און דער ווילדער דרייווער האט אריינגעקראכט אין עטליכע קארס, פון וועלכע איינער איז אריינגעברענגט געווארן באוואוסטלאז צום "אוניווערסיטעט אוו יוטא" שפיטאל. דער פאליציי אפיציר דזשעף פעין האט דאן פארלאנגט פון דער קראנקן-שוועסטער, אלעקס וואבעלס, אז זי זאל נעמען א בלוט סעמפל פונעם באוואוסטלאזן פאציענט, און ווען וואבעלס האט זיך אנטזאגט אויסצופאלגן, זאגנדיג אז לויט שפיטאל פאליסי דארף די פאליציי האבן א געריכט פארארדענונג אדער רשות פונעם פאציענט ביים פארלאנגען א בלוט סעמפל, האט דער אפיציר פעין ווילד ארעסטירט די קראנקן-שוועסטער. די געשיכטע איז ערשט יעצט באקאנט געווארן, צוליב וואס ס'איז פובליצירט געווארן די ווידעא פונעם קערפער-קאמערע פון אפיציר פעין, און עס האט אויפגערודערט דאס לאנד.

בילד: פראטעסטן אין יוטא קעגן פאליציי ארעסטן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל