א געריכט אין דיישטלאנד האט אפגעווארפן די אפעלאט פון אסקאר גראנינג (Oskar Groening) ימ״ש, דער בוכהאלטער און אויפזעער פון אוישוויץ וועלכע איז פאראורטיילט געווארן צו 4 יאר טורמע צוליב זיין ראלע אין אונטערשטיצן דעם מארד מאשין אין אוישוויץ. זיין פאמיליע האט געזאגט אז צוליב זיין טיפן עלטער איז די טורמע טערמין אייגנטליך א טויט אורטייל וויבאלד ער דארף צוקומען צו נאכאנאנדיגע מעדיצינישע באהאנדלונגען.

גראנינג איז געווען דער פינאנציעלע אויפזעער פון אוישוויץ און זיין אויפגאבע איז געווען צו סארטירן און רעגיסטרירן די חפצים און געלט וואס זענען אוועקגערויבט געווארן פון די קרבנות וואס זענען אומגעברענגט געווארן אינעם טויט לאגער, אונטער זיין זייגער צווישן מאי און יוני 1944 זענען ארום א האלב מיליאן אונגארישע אידן געברענגט געווארן צו די טויט לאגערן און ארום 300 טויזנט זענען אומגעברענגט געווארן.

דער אדוואקאט פון גראנינג האט אויפגעליינט א געשריבענע סטעיטמענט פון זיין קליענט אין וועלכע ער דרוקט אויס חרטה און שרייבט ״איך בין געווען א שרויפל אין א ריזיגע מארד מאשין, איך האב געפאלגט בלינדערהייט די באפעלן פון מיינע גרויזאמע אויבערהארן און נישט געהאט די מאראלע שטארקייט צו ווידערשפעניגן, איך קען אפילו נישט בעטן מחילה פון מיינע קרבנות, איך קען נאר בעטן פון ג-ט זאל רחמנות האבן אויף מיין זעל״.

בילד: דער בלוטיגער נאצי, אסקאר גראנינג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל