וואשינגטאן – א געפעכט איז אנטשטאנען צווישן די דעמאקראטן און פרעזידענט טראמפ, איבער ווער ס'וועט אנפירן די פעדעראלע "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן ביורא". די ביורא איז געגרינדעט געווארן אונטער אבאמא, וועלכער האט געשטעלט דעם דעמאקראט ריטשארד קארדרעי עס אנצופירן, אבער קארדרעי האט רעזיגנירט פאריגע וואך פרייטאג, נאכ'ן ווערן אסאך קריטיקירט און איינגעצוימט דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע. קארדרעי האט באלד נאמינירט זיין געהילף ליענדרא ענגליש, אנצופירן צייטווייליג די ביורא, ווילאנג טראמפ שטעלט א נייעם דירעקטאר, אבער טראמפ איז ארויסגעקומען זאגן אז ער נעמט זיין בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני אלס צייטווייליגער דירעקטאר.

די דעמאקראטן אין קאנגרעס זאגן אז קארדרעי האט די מאכט צו שטעלן א צייטווייליגן דירעקטאר, אבער דאס ווייסע הויז זאגט אז טראמפ האט די מאכט. ס'איז נישט קלאר ווער עס גייט אנפירן דעם ביורא ווען מען קערט זיך צוריק צו דער ארבעט מארגן מאנטאג, און עקספערטן זאגן אז דער געפעכט וועט ווארשיינליך אריינגעשלעפט ווערן אין געריכט.

בילד: געפעכט איבער "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן" ביורא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל