די סי-איי-עי האט נעכטן ארויסגעלייגט א שטויס פון ארום א האלב מיליאן דאקומענטן און פיילס וועלכע זענען געפונען געווארן אין די באהעלטעניש פונעם ארכי טעראריסט אוסאמא בין לאדין, גרינדער פון די אל-קאידע ארגאניזאציע, צווישן די פילע אויפדעקונגען וואס מען טרעפט אין די דאקומענטן שטעלט זיך ארויס א פארבינדונג צווישן די טעראר גרופע און די רעזשים אין איראן איבער וועלכע מען האט נישט געוויסט ביז יעצט.

צווישן די דאקומענטן געפונט זיך א דאקומענט פון 19 זייטן אין וועלכע עס ווערט דעטאלירט די באציאונגען צווישן איראן און אל-קאידע, צווישן אנדערע רעדט די דאקומענט איבער פינאנציעלע און מאראלישע שטיצע פון די איראנער רעזשים, און איבער דעם אז די רעזשים האט אנגעטראגן וויליגקייט צו העלפן טרענירן טעראריסטן אין די באזע פון חיזבאלע אין לבנון, אין אויסטויש פאר טעראר אקציעס קעגן אמעריקאנער צילן אין די גאלף לענדער.

די דאקומענטן זענען גאר אינטרעסאנט און צייגן אז בין לאדין איז געווען כמעט ביז די ענדע פולשטענדיג אין קאנטראל פון די ארגאנזאציע, אנדערש ווי מען האט געגלייבט ביז היינט. אזוי אויך צייגט עס קלאר איבער די שטיצע וואס בין לאדין האט געהאט צווישן רעגירונג אויטאריטעטן אין פאקיסטאן וועלכע האבן אים געהאלפן זיך אויסבאהאלטן.

בילד: פרישע רעקארדירונגען דעקט אויף פארבינדונג צווישן אל-קאידע און איראן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל