שוועדן – פאליציי האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט דריי פארשוינען, אין פארבינדונג מיט א "פלאש באמבע" אטאקע אויף א שוהל אין דער שטאט גאטענבורג אין דרום שוועדן. די ארעסטן זענען דורכגעפירט געווארן זונטאג פארטאגס, עטליכע שטונדן נאכדעם וואס צענדליגער מוסולמענער האבן זיך פארזאמלט פארנט פונעם שוהל צו פראטעסטירן קעגן אמעריקע'ס באשלוס צו אנערקענען ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט. די שוועדישע רעגירונג אויטאריטעטן האבן נישט פובליצירט מער אינפארמאציע איבער די ארעסטן, און נישט קאמענטירט איבער די ספעציפישע רעליגיע אדער אפשטאם פון די דריי ארעסטירטע, אבער מען האט יא געהערט שארפע קאמענטארן פון שוועדישע רעגירונג באאמטע, צו פארדאמען די אטאקע אויפן שוהל. די שוועדישע אויסערן מיניסטארשע מארגא וואלסטראם האט געזאגט אז "די אטאקע קעגן דעם שוהל אין גאטענבורג און די רופן פאר געוואלדטאטן קעגן אידן אין מאלמאו, זענען אומדערהערט און אומאקצעפטירט. אנטיסעמיטיזם האט קיין ארט אין אונזער געזעלשאפט".

בילד: 3 ארעסטן איבער שוועדן שוהל אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל