היינט מאנטאג האבן הונדערטער קאמפס פליגער און שיפן פון די אמעריקאנער און קארעאנער עיר פארס אנגעהויבן א מאסיווע מיליטערישע דריל וועלכע וועט אנהאלטן פאר 5 טאג, די דריל טוט סימולירן די מעגליכקייט פון א קריג מיט נארט קארעא, און קומט בלויז א וואך נאכדעם וואס נארט קארעא האט איבעראשט די וועלט מיט א גאר פארגעשריטענע און לאנג שטרעקיגע מיסיל וואס פארמאגט נוקלעארע מעגליכקייטן. דער דריל איז די גרעסטע אזא מושטירונג וואס איז נאר אפגעהאלטן געווארן דורך די צוויי מיליטערן, און עס נעמט אריין איבער 12000 אמעריקאנער זעלנער, מיט הונדערטער פליגער און שיפן. עס איז א טייל פון די מיליטערישע קאאפעראציע צווישן סאוט קארעא און אמעריקע, אבער רוסלאנד האט עס באצייכנט אלס א ״פראוואקאציע״ פון אמעריקע און געזאגט אז דאס צייגט אז אמעריקע זוכט א וועג וויאזוי צו עפענען א פראנט קעגן נארט קארעא און איז נישט לעזן דעם קריזיס מיט דיפלאמאטישע מיטלן.

בעלד: אמעריקע און סאוט קארעא עפענען גרעסטע מושטירונג אפעראציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל