מערילענד – נעכטן אינדערפרי האט א שרעקעדיגע אינצידענט פאסירט פארנט פון די הויפטקווארטירן פון דער אמעריקאנער ען-עס-עי שפיאנאזש אגענטור, ווען א קאר האט פרובירט אריינצופארן אין דער געצוימטער זאנע ארום דעם קאמפלעקס, פארלעצנדיג די זיכערהייט פארשריפטן, און ען-עס-עי וועכטער האבן געעפנט פייער אויפ'ן קאר, פירנדיג דערצו אז דער קאר זאל אריינקראכן אין א צעמענטענע באריקאדע. אינעם קאר האבן זיך געפונען 3 פארשוינען, און דער דרייווער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערן צושטאנד. די צוויי אנדערע פאסאזשירן זענען גענומען געווארן אונטער ארעסט פאר אויספארשונגען.

די עף-בי-איי האט באשטעטיגט נעכטן נאכמיטאג אז דערווייל פארדעכטיגן זיי נישט אז עס האט שייכות מיט טעראר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל