צווייטע טייל אין די סעריע. לייען די ערשטע טייל.

א בודזשעט איז נישט קיין בער און האלטן חשבון איז נישט גלגול שלג. אבער אפילו ס'איז נישט אזוי שווער, קען עס אבער יא ווערן קאמפליצירט. די בעסטע צייט אנצוהייבן פירן א בודזשעט איז באלד נאך דער חתונה, ווען די הוצאות און הכנסות הייבן אן לויפן אריין און ארויס. דעמאלט איז עס גרינג ביז גאר. ס'איז אויך געזונט, ווייל אויב הייבט מען אן דאס לעבן מיט א חשבון, וועט זיך שוין נישט אויספעלן שפעטער צו מאכן סדר און אריינברענגען ארדענונג אינעם כאאטישן חשבון.

רוב פון אונז שטייט אבער שוין טיפער אינעם לעבן, און דעמאלט איז עס שוין אביסל שווערער. דערפאר איז ראטזאם צו גיין פאמעליך, בהדרגה. אנשטאט צו "מאכן ארדענונג איינמאל פאר אלעמאל," איז געזונטער צו נעמען די זאך אין שטאפלען. גיין מיט געדולד איז נישט נאר פראקטישער, נאר וועט אין רוב פאלן אויך ברענגען בעסערע רעזולטאטן.

בילד

קליינגעלט: עלעקטריציטעט

ערזעצט די ליכט-בירנעס ("באולבס") מיט די LED סארט. זיי ציען סך ווייניגער עלעקטריציטעט, און הגם זיי קאסטן היפש טייערער ווי די געווענליכע, שפארט מען זיך אויפ'ן לענגערן טערמין מער מיט די עלעקטריציטעט-באדינונגען. לעקטער איז עפעס וואס מ'ניצט במילא, אזוי צי אזוי, און די בירנעס צאלן זיך אויס אויפ'ן לענגערן טערמין און לאזט אייך נאך איבער מיט ריווח.

לייגט די פירהענג שלאפן דורכ'ן טאג. לאזט די זון אריין דורכ'ן פענסטער, און שפארט זיך דאס אנצינדן לעקטער. די זון העלפט אויך לינדערן די הייצונג-געברויכן דורכ'ן ווינטער.

וואו הייבט מען אן?

הייבט אן מיט די רעגלמעסיגע, גרעסערע אויסגאבן. גוטע ביישפילן זענען רענט/מארטגעדזש, יוטיליטי בילס, אויטאמאביל-צאלונגען (אויב איז אייער קאר אויף א ליס), אינשורענס, אד"ג. לויפנדע הוצאות וואס איר באצאלט נישט מסודר און אין צייט (שכר לימוד איז צום באדויערן א גוטער ביישפיל פאר טייל פון אונז), לאזט אויף שפעטער. עווענטועל וועלן מיר ארייננעמען אינעם בודזשעט די אויסגאבן, ווי אויך אזעלכע פאר וועלכע מיר באקומען הילף פון אנדערע (עסן-פראדוקטן אין פאל מען איז אנגעוויזן אויף רעגירונגס-שטיצע, אדער אויב א נאענטער העלפט צו). יעצט קאנצענטרירן מיר זיך אויף אויסגאבן וואס 1. זענען רעגלמעסיג פער-וואך צי פער-חודש, און 2. ווערן בדרך כלל געצאלט מער-ווייניגער אין צייט.

דער בודזשעט-חשבון וועט זיך ובכן אנהייבן מיט עטליכע יסודות'דיגע ציפערן-גרופעס, וועלכע וועלן אין אלגעמיין אויך זיין די גרעסטע: אייערע איינקונפטן, און עיקר לויפנדע הוצאות.

מאכט נאכנישט קיין סדר. לאזט אלעס לויפן ווי ביז יעצט, און פרובירט נישט צו שניידן אדער טוישן. פרואווט ניטאמאל איינשטעלן קיין ארדענונג. אויף דער ערשטער שטיק צייט איז גענוג בלויז צו רעקארדירן די דאַטאַ – אויפצושרייבן ציפערן און זיי לאזן ליגן במנוחה. ס'איז מעגליך אז דער חשבון וועט אייך איבערשרעקן און איר וועט פילן א דראנג צו טאן עפעס דערוועגן. דערלויבט נישט דאס פּאניק-געפיל איבערנעמען דעם קאפ. אנשטאט תיכף טאן צו דער זאך, לאזט אלע פלענער אויף שפעטער.

קליינגעלט: 'ברענד נעימס'

זייער א סך זאכן – קליידער, מעביל, עלעקטראניש געצייג, און אפילו היילמיטלען – פארמאגן גוטע ערזאץ-ברירות אנשטאט די בארימטע "ברענד נעימס". אין זייער א סך פאלן זענען די ערזאץ-מיטלען פונקט אזוי גוט ווי די אויסגערופענע נעמען. מיט "פּעינקילערס", צום ביישפיל, טראגן די פאַרמאַסיס היינט אלטערנאטיווען די ברענד-נעימס ווי טיילענאָל, אַדוויל אד"ג, וואס זענען געווענליך פון צוואנציג ביז פערציג פראצענט ביליגער און פונקט אזוי ווירקזאם.

דער ציל מיט דעם איז צווייפאכיג. ראשית כל, דארפן מיר זיך פשוט צוגעוואוינען צו בודזשעט-פירן. מיר רעדן דאך פון א נייעם רוטין, וואס איר וועט בלייבן טאן פאר'ן רעשט פונעם לעבן. מיר זענען פארנומענע מענטשן מיט אן אנגעשטרענגטן סדר היום, וואס האט נישט קיין פלאץ פאר דער מינדסטער פרישער אויפגאבע. דערפאר איז פאר אלעם וויכטיג ביז גאר צו פארזיכערן אז די נייע פאראנטווארטליכקייט באזעצט זיך באקוועם אריין אין אונזער סדר החיים. אנדערש וועלן מיר זייער שנעל אנהייבן נאכלאזן, און איידער וואס-ווען-ווי וועט דער חשבון צערינען.

דער צווייטער ציל צו באקומען א קלאר בילד וואו אונזער קאסע האלט אויף דער וועלט. אפילו מיר זאלן וויסן פון אויסנווייניג דעם גאנצן חשבון פון די פרטים מיט וועלכע אונז אנהייב-בודזשעט פארנעמט זיך, וועט דער זכרון נישט פארנעמען דאס פלאץ פון א געשריבענעם חשבון מיט ציפערן בכתב. דאס איז נישט בלויז פסיכאלאגיש, נאר אויך פראקטיש. א חשבון האט ליב זיך צו טרעפן אנגעטאן אין הארטע ציפערן.

דער פשוט'ער בודזשעט זאל בלייבן אן קיין שינויים און הוספות פאר לכל הפחות דריי חדשים. דורכאויס דעם דאזיגן צייט-אפשניט וועט דער בודזשעט-גאסט האפנטליך באווייזן צו ווערן א תושב ביי אונז אינדערהיים, און מיר וועלן דעם חשבון פירן בתורת אויטאמאטיש.

קליינגעלט: קאר קלייניגקייטן

אייער אויטאמאביל איז ווי א הונגעריג עופה'לה: ס'מוז טרינקען, אדער ס'וועט פארפירן און אייך נישט לאזן גארנישט טאן. גענוי ווי א פיצלס, האט דער קאר אייערער נישט קיין אייגן שכל, און איר מוזט טראכטן אנשטאט אים. צווישן אויל-טשעינדזשעס ווען נויטיג, האלטן די רעדער אויפגעבלאזן מיט דער געפאדערטער מאס, און טוישן דעם לופט-פילטער ווי רעקאמענדירט, וועט איר במשך פונעם יאר זיך גרינג שפארן עטליכע הונדערט דאלאר.

אינעם נעקסטן שטאפל וועלן מיר אנהייבן צולייגן די איבעריגע רעגלמעסיגע אויסגאבן. מיר וועלן אנהייבן מיט דעם סוג הוצאה וואס איז טאקע רעגלמעסיג, אבער פארט ווערט בדרך כלל נישט באצאלט אין צייט.

די דאזיגע אויסגאבן קענען אריינגיין אין א באזונדערן חשבון, און נישט אינאיינעם מיט'ן רענט און בילס. אבער הגם במציאות איז עס טאקע אזוי, אז זיי וועלן נישט באצאלט מיט א סדר און איינהייטליכקייט ווי די בילס, איז אבער פארט בעסער זיי יא אריינצושטעלן אינאיינעם מיט די אנדערע, פינקטליך-באצאלטע אויסגאבן. די סיבה דערצו איז, קודם כל ווייל דער ענדגילטיגער ציל נאך אלעמען איז יא צו באלאנצירן דעם בודזשעט. (אראפ מיט דער ציניזם! ס'איז יא מעגליך.)

צווייטנס, ווערט דער סך-הכל חשבון פון א בודזשעט געפירט יערליך. מיר פיטערן טאקע דעם חשבון דורכאויס דעם גאנצן יאר; דעם חשבון אין סך הכל איז אבער געזונטער צו פירן אויף א יערליכן סמך. מיר האלטן טאקע נאכנישט דארט, אבער עווענטועל וועלן מיר אנקומען אהין. איז, לאמיר שוין אנהייבן אויף אזא מהלך.

נאך עטליכע חדשים פירן אזא בודזשעט וואס נעמט אין חשבון אלע גרויסע, רעגלמעסיגע הוצאות, קענען מיר ביסלעכווייז אנהייבן צושטעלן אויך די קלענערע, ווי אויך כמו-געווענליכע הוצאות. ביישפילן זענען ספעציעלע סעזאנען וואס קומען מיט אומגעווענליכע אויסגאבן – פסח און סוכות, ווי אויך ערב זומער. אזוי אויך שמחות וואס איר דערווארט זיך צו פראווען דורכאויס דעם יאר – אפשערן, בר מצוה, אד"ג.

ווען אזא כללית'דיגער בודזשעט איז פארטיג און פארוואנדלט געווארן אין א רוטין, איז צייט אנצוהייבן האלטן חשבון אויף די דא-און-דארט אויסגאבן – קליידונג, מתנות, שולע-צוגעהערן, היים-ווירטשאפט, אא"וו.

ווען אייער בודזשעט קומט אן צום דריטן שטאפל, נאך דעם וואס די ערשטע צוויי זענען שוין פעסט איינגעפונדעוועט, דעמאלט איז צייט אנצוהייבן טראכטן וועגן סדר און ארדענונג, וואס וועט געווענליך קומען מיט שינויים אינעם לעבן. אבער אויך דאס דארף צוגיין בהדרגה און מיט געדולד. מיר וועלן נאך אנקומען צו באהאנדלען דעם אספעקט פונעם בודזשעט, וואס איז בעצם א סוגיא פאר זיך.

אויב קומט עס אן שווער, האלט פאר די אויגן אז דער חשבון-האלטן איז אן אויפגאבע וואס איז אריינגערעכנט אין דער פאראנטווארטליכקייט פון ברענגען פרנסה און שפייזן די פאמיליע. א בודזשעט איז א מאדערנער קאָמפּאָנענט פונעם "בזיעת אפיך תאכל לחם" און איז טייל פון אונזער השתדלות וואס ווערט פון הימל דערווארט אלס תנאי פאר סייעתא דשמיא.

פארזעצונג אין די דריטע טייל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל