דזשאסעף קאסאנא, די זוהן פון די געוועזענע קאמישאנער סאלוואטאר קאסאנא, איז שוין ווידער אין די נייעס.
דזשאסעף איז ערשט געווען אין די נייעס פינף יאהר צוריק ווען די נ.י. פאוסט האט אויפגעדעקט זיינע ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע טוויטס איבער אידן און - להבדיל - שווארצע. ער האט רעזיגנירט פון זיין אמט אלס אי.עם.טי. אונטער די ען.וויי.פי.די., אבער נאר כדי צו פארשנעלערן זיין ציהל צו ווערן א פייערלעשער.
די פאוסט האט זיך פון אים נישט אפגעלאזט, נאר זינט דאן אפט באריכטעט זיינע פארשריט אין די דעפארטמענט. די וואך איז באריכטעט געווארן אז ער האט פאקטיש באקומען א פאזיציע אלס פייערלעשער, אבער היינט איז גאר אויפכעדעקט געווארן אז ער איז גאר באשטימט געווארן צו דינען אין די בארא פארקער געגנט.

כאטש וואס ער האט זיך דאן אנטשולדיגט פאר זיינע עקל'דיגע קאמענטארן, ברענגט דאס גרויס אויפברויז אין די לאקאלע קאמיוניטי.
הוסף רשומת תגובה