די סאוט-וועסט פליגער איז געווען אויפן וועג פון ניו יארק סיטי קיין דאלאס טעקסעס, ווען איין מאטאר האט אויפגעריסן אין פלאמען. דער פילאט האט גלייך דערקלערט א עמערדזשענסי, און געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין פעלעדעלפיע, פענסעלוועניע.

די אויפרייס איז געווען אזוי מאכטפול, אז עס האט אויסגעשאסן א פענסטער פונעם פליגער, און פונעם לופט-דריק וואס האט אנגעהויבן ארויסציען לופט פונעם פליגער מיטן שטערקסטן קראפט, איז די פאסענדזשיר אינעם זיץ ביים פענסטער כמעט ארויסגעשלעפט געווארן פונעם פליגער. ארומיגע פאסענדזשירן האבן באוויזן איר אנצוהאלטן מיט אלע כוחות צו ראטעווען איר לעבן. אינדערצווישן האט די פילאט מיט א שענלקייט געמאכט א נאוז-דייוו אראפ, כדי צו נידערן די דרוק. נאכן לאנדן, איז די פרוי און איילעניש אפגעפירט געווארן און שפיטאל, ווי זי איז געשטארבן פון אירע וואונדען.


בילד

בילד

בילד

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל