ניו יארק – צוויי חרדי'שע אידן זענען ברוטאל איבערגעפאלן און אטאקירט געווארן דורך א גרופע שווארצע פארשוינען, בשעת'ן שפאצירן אויף די איסטערן פארקוועי גאס אין קראונהייטס פרייטאג צונאכטס. אן איינוואוינער אויף דער גאס האט געהערט יאמערליכע געשרייען פון איר פענסטער, האט ער באלד אלארמירט די קראונהייטס חברה שומרים, וועלכע האבן געפונען שרעקעדיגע בלוטיגע באווייזן פונעם איבערפאל, אבער נישט די אטאקירטע און נישט די אטאקירער זענען געווען דארטן אנוועזנד. נאך אפאר מינוט זוכן האט מען געטראפן די 2 פארוואונדעטע אידן אינעם 770 איסטערן פארקוועי ליובאוויטשער שוהל, און הצלה האט זיי אפגעפירט אין שפיטאל. די אטאקירער זענען דערווייל נישט אפגעפונען געווארן, און די פאליציי זענען גערופן געווארן אויסצופארשן.
הוסף רשומת תגובה