ווילאמסבורג האט היינט צוטאגס צענדליגע ספרים געשעפטן, אויסגעשפרייט איבער אלע עקן וויליאמסבורג. אבער פון די בחן'טע ספרים געשעפטן, איז די באקאנטע איינהארן'ס ספרים סטאר, וואס איז געעפענט געווארן דורך ר' חיים דוד איינהארן ע''ה פאר איבער פופציג יאר צוריק. היינט ווערט עס געפירט דורך זיין חשובע איידעם און אייניקל, די היינטיגע בעלי בתים. אונז האבן אפגעהאלטן א שמועס מיט די חשובע בעלי בתים, צו הערן אביסל איבער די גאר רייכע און אינטרעסאנטע היסטאריע וואס די געשעפט פארמאגט אונטער זיך.
ווייניג ווייסן, אז אמאל איז איינהארן'ס געווען די גרעסטע ספרים סטאר אין וויליאמסבורג. אמאל איז ווילאמסבורג באשטאנען פון ארום דריי ספרים געשעפטן: יופי ספרים סטאר, ר' משה האפמאן האט אויך געהאט א ספרים געשעפט אויף ליע צווישן פען און ראטלידזש, און דערנאך איז געווען איינהארן'ס אויף ליע קארנער הופער, ווי עס שטייט נאך ביז היינט. די אויסשטעל איז געווען אינגאנצן אנדערש ווי היינט, עס איז באשטאנען פון דריי שטובער. די ערשטע שטוב איז געווען די ספרים געשעפט, די צווייטע שטוב פלעגט מען פארקויפן תפילין, מזוזות, און אלע אנדערע סופר סת''ם צוגעהערן, און ר' חיים דוד ע''ה פלעגט אליין שרייבן די תפילין און מזוזות, און אויך בודק געווען זייענדיג א סופר. עס איז נישט געווען אזויפיל סופרים ווי היינט. און אין די בעק פון די סטאר פלעגט ר' חיים דוד פארקויפן שטריימלעך. אינטרעסאנט אנצומערקן אז איין מענטש האט אליינס געקענט אנפירן דריי באזונדערע חלקים סופרית, ספרים סטאר, שטריימלעך, וואס איז
היינט דריי באזונדערע אינדוסטריעס. א הויפט סיבה דערצו, איז ווייל א ספרים סטאר אמאל איז געווען אינגאנצן אנדערש ווי היינט. אמאל איז פון יעדע זאך וואס מ'האט פארקויפט, געווען א אויסוואל פון איינס-צוויי מינים.
טליתים
די גאנצע טליתים אינדוסטריע איז געווען אנדערש, עס איז געווען חוסט'ער טליתים, און מונקאטש טליתים. עס איז געווען א קליינע אויסוואל פון געציילטע מינים. די פרייזן איז דעמאלט געווען בערך צוואנציג-דרייסיג דאלאר, אין פארגלייך צו היינט הייבט זיך די פרייזן אן, ביי איבער הונדערט דאלער.
ש"ס
די פרייזן פון א ש"ס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן ביי ארום דריי הונדערט דאלער. די קאמפאני איז געווען אמ-פי ש"ס.
קיטלעך
עס איז נישט געווען קיין קיטלעך קאמפאניס, ווי היינט. עס פלעגט זיין א איד, וואס פלעגט מאכן קיטלעך, און עס
אריבער ברענגן. עס האט געהייסן שטערן'ס קיטלעך, עס איז געווען איין סארט דעזיין, נישט ווי היינט וואס איז דא א
ריזן אויסוואל פון דעזיינס.
ביכער
מעשה ביכלעך פאר קינדער אויף אידיש, איז אויך נישט געווען קיין גרויסע אויסוואל. עס איז געווען מחנים ביכלעך און דרכי אבותינו און נאך צוויי-דריי.
שפיעלצייגן
אידישע געימס אמאל, איז באשטאנען פון ארום פינף געימס. עס איז געווען "האנדל ערליך" און "שטייג העכער" וואס ר' בנימין הערש בערקאוויטש ע''ה (מנהל בית רחל) האט ארויסגעגעבן.
טלית\תפילין בייטלעך
תפילין בייטלעך איז נאר געווען צוויי קאמפאניס, גאלדבערגער'ס תפילין בייטלעך און סאנדל'ס תפילין בייטלעך. א תפילין בייטל האט געקאסט פופצן דאלאר, היינט קאסט עס ארום הונדערט דאלער.
גארטלעך
גארטלעך פלעגט זיין א אינגערמאן, וואס פלעגט אליין שטריקען, און עס אריינברענגן אין געשעפט.
ספרים
ר' מרדכי שמואל שפיגל איז געווען די ספרים האלסעילער. דעמאלט פלעגט מען נישט דעליווערן צו די געשעפטן, און ווען א קאסטומער האט געדארפט א ספר וואס איז נישט געווען אין געשעפט האט מען געדארפט אליין אראפפארן עס אויף פיקן.
המשך קומט אי''ה

הוסף רשומת תגובה