א לענגערער קאמפיין פון א פריוואטן ביליאנער האט געברענגט רעזולטאטן, און ביי די בעפארשטייענדע וואלן אין נאוועמבער וועלן די איינוואוינער אין קאליפארניע שטימען איבער א פארשלאג צו צעטיילן דעם ריזיגן שטאַט אין דריי באזוונדערע סטעיטס: צפון קאליפארניע, דרום קאליפארניע, און צענטראל קאליפארניע (זעה מאפע).

דער קאמפיין ווערט געפירט דורך טים דרעיפער, א ביליאנער וועלכער האט אינוועסטירט מיליאנען אין דעם קאמפיין דורכאויס די לעצטע זעקס יאר, און עס וועט ארויפגיין אויפ׳ן שטים צעטל נאכדעם וואס ער האט באוויזן צו זאמלען די נויטיגע 402,468 חתימות וואס פעלן אויס ארויפצולייגן סיי וועלכע פארשלאג אויפ׳ן שטים צעטל.

אונטער דעם פלאן, וועט צענטראל קאליפארניע ארייננעמען לאס אנדזשעלעס, צפון קאליפארניע וועט אריינרעכענען סאקראמענטא און דעם בעי ראיאן, און דרום קאליפארניע וועט באשטיין פון סאן דיעגא און די ארומיגע שטעט.

דרעיפער זאגט, אז קאליפארניע איז צו גרויס צו פונקציאנירן אלס איין סטעיט, און אונטער זיין פלאן וועלן אלע פארדינען און געניסן פון נידעריגערע שטייערן און אויך מער אפעקטיווע רעגירונג סערוויסעס און אינפרוסטרוקטור.

אויב וועט דער פארשלאג ווערן אנגענומען, וועט דאס זיין דער אנהייב פון א לאנגען פראצעדור און אויפברענגען פארשידענע קאנסטיטוציאנאלע דילעמעס, און וועט אפצייכענען דאס ערשטע מאל וואס אזוינס שפילט זיך אפ אין אמעריקע זינט 1863, ווען מערב ווירדזשיניע האט זיך אפגעטיילט פון ווירדזשיניע.


מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל