רוים – די רעכטע אנטי-פליטים רעגירונג אין איטאליע האט נעכטן געפייערט זיג, נאכדעם וואס ס'איז זיי סוקסעספול געלונגען אפצוזאגן זיך פון ארייננעמען א שיף מיט 629 פליטים, וואס זענען געראטעוועט געווארן פון דערטראנקען ווערן. איטאליע האט שוין געזאגט שבת אז זי וויל נישט ארייננעמען די שיף, אונטער אירע נייע שטרענגע אנטי-אימיגראנטן פאליסיס, נאר איטאליע האט געוואלט אז די דערנעבנדיגע מאלטא זאל עס ארייננעמען. למעשה האט זיך די ליבעראלע פרא-אימיגראנטן רעגירונג אין שפאניע אנגערופן, און געזאגט אז זיי וועלן אקצעפטירן די הונדערטער פליטים. די יו-ען האט שטארק אויסגעלויבט שפאניע, זאגנדיג אז די פליטים זענען אין א שרעקליכן הומאניטארישן צושטאנד, און שפאניע'ס באשלוס וועט ראטעווען זייערע לעבנס.
הוסף רשומת תגובה